אַ פשוטע מַעשֶה

פונעם נאָבעל לאורעאַט ש”י עגנון
אַ פּשוטער און טאָג טעגלעכער בָחור, מיט אַ באקוועמע און אַ נאיווע פּערזענלעכקייַט, אַ בן-יָחיד און אַ בן זקונים, פון א מִשפָּחֶה פון פאַרמעגלעכע סוחרים אין אַ שטעטל פון קרעמער אין גאַליציע, אין אָנהויב פונעם פאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. דער דאָזיקער פּשוטער בָחור, דער “אנטי-העלד” הערשל האָראָוויץ , פאַרוואַנדלט זיך ניט ווילנדיק, אינעם גיבור פונעם ראָמאַן. אַ גיבור פון אַ פאמיליע דראַמע און אַ גייַסטיקע דראַמע פון אַ לייַדנדע ליבע און פון אַ פיקטיווע חַתֶונה, אַ דראַמע פון פאַרבאָרגענע אינסטינקטן און משוגַעות. דער שטורעם ברעכט אויס מיטן פּלוצלונגדיקן קומען פון אַן אָרעמע קרובֶה, בלומע נאַכט, צו דער משפָּחֶה האָראָוויץ אין שטוב. מירל, בלומעס מוטער, איז געווען פאַרלויבט אמאָל מיט ברוך מאיר, הערשלס טאַטע, אָבער דאָס געלט און גאָלד וואָס צירל האָט פאָרמאָגט האָבן אים בלינד געמאַכט און ער האָט אויסגעקליבן די רייַכע כַּלֶה. אין דער אויסערגעוויינטלעכער רעטעניש וואָס עגנון האָט געשאַפן, האָבן גורל און הימל באַשטימט אַז בלומע און הערשל זענען באַשערט איינע צום צווייטן. “בלומע איז געווען אַזוי ווי זייַן צווילינג”. אַ מיסטעריעזע קלָלֶה שוועבט איבער דער מֵשפָּחֶה, די קלָלֶה פון משוגַעות. צווישן די יידישע מִשפָּחֶות אין יענע צייַטן איז ניט געווען קיין ערגערס. דאָס יונגע פּאָרל איז געצווונגען צו צעשיידן זיך. מאַטעריעלע אינטערעסן און קלאַסן אינטערעסן וועלכע באַהאַלטן זיך אין צירל’ס שטאַרקן געשטאַלט (די מוטער), צווינגען הערשלען מווַתר זיין די געפילן פון זייַן האַרץ. ער גיט זיך אונטער און האָט חַתֶונֶה מיט אַ מיידל וואָס זיין מאַמע האָט פאַר אים אויסגעקליבן צוליב מאַטעריעלע סיבות. דאָס פאַרוואַנדלט אים אין אַ פינצטערן שאָטן אין דעם בורזשואסער קרייַז וואָס אַרום אים. צוזאַמען מיט דעם געפערלעכן פּסיכאָלאָגישן פראָצעס פון אַ גייסטיקע דיסינטעגראַציע, שטעלט צונויף עגנון אַ יידישע פאַרביקע וועלט, מיט אַ ווונדערלעכע מאַרש פון פאַנטאַסטישע געשטאַלטן, אַ סאָציאַלע קאָמישע און געפערלעכע סאַטירע וועגן דער יידישער געזעלשאפט אין וועלכער די מאַמע הערשט איבערהויפּט.
באַאַרבעטונג און רעזשי: יורם פאלק, באַאַַרבעטונג אויף יידיש: שמואל אַצמאָן-ווירצער, איבערזעצונג אויף יידיש: אליעזר רובינשטיין, מוזיק: אבנר קנר, דעקאָראַציע צוגרייטונג: ניצן רפאלי, קליידער צוגרייטונג: יוסי בן-ארי, באַלייַכטונג צוגרייטונג: מישה צ’רניאבסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג אויף העברעיש און רוסיש: לאָראַ סאַהאַר.
עס באַטייליקן זיך: געראַ סאַנדלער, אַנאַט אַצמאָן, הלנה ירלובה, אַנאַבעלאַ, שמואל הילמן, מאָניקאַ וואַרדימאָן, אורן חבוט, ישראל טרײַסטמאַן, לואיס מינסס, אירמאַ סטעפּאַנאָוו, אורי קאָוואַלסקי, אַמיטײַ קעדאַר, אַנדריי קאַשקער.