ביַי מיר ביסטו שיין

מוזיקאַלישע פאָרשטעלונג לויטן ריַיכן, פילפאַרביקן און אייגנאַרטיקן רעפּערטואַר , פון די בערי שוועסטערס קלייר בערי טרעט אויף אין לאַס וועגאַס אין פארשימלטע קלובן , ווען איין אָוונט באֶוויַיזט זיך איר ייִנגסטע שוועסטער מירנאַ ביַי איר אין קלוב. זי איז אַנטלאָפן  די נאַכט פאַר איר חַתֶונה מיט אַ מאַן וועלכן זי האָט ניט ליב געהאַט , וויַיל זי האָט געוואָלט  אויפטרעטן מיט איר שוועסטער.טראָץ אַ ניט פּשוטער אָנהויב, ווערן ביידע אַ דערפאָלגריַיכער פּאָרל, וואָס טרעט אויף אויף בינעס און אין דער ראַדיאָ, און לעבן זיי דער איבערגעגעבענער עמפֹרעסאַר וואסָ האָט זיי אַנטדעקט אין אָנהויב. אָבער מיט דער הַצלָחֶה… קומען די צָרֶות. ווייַל דער עמפֹרעסאַר האָט ליב בלויז איינע פון זיי, נאָר ביידע זענען אין אים פאַרליבט. א מוזיקאַלישער צוציענדיקער דראַמע ,איינגעפלאָכטן מיט די בעסטע שלאַגערס פון די שוועסטערס אין פאַרלויף פון די יאָרן.
מיט: אַנאַט אַצמאָן, מאָניקאַ וואַרדימאָן, אָפער גאָלאַןפֹיעסע און רעזשי : ליהי באַרזעל-מעלאַמעד, איבערזעצונג אויף יידיש : אַריע בלינדער, דראַמאַטורגיע: טאָמער קאָהען, מוזיקאַלישע באַאַרבעטונג: אָרען סעלאַ, כאָריאָגראַפיע: ליהי באַרזעל-מעלאַמעד, באַליַיכטונג : מישאַ טשערניאַווסקי,  סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהארבאַגלייט פון אַן איבערזעצונג אויף העברעיש און אויף רוסיש