געווען אַמאָל אַ מענטש אַ חָסידֹ

די יידישע קלאסיק פון דאן אלמאגאר, וועלכע האט ארויסגערופן א גרויסע הצלחה אין ישראל און אין בראדוויי – צום ערשטן מאל אין יידישפיל טעאטער.
נאך פיל הצלחות אין בינעס פון לאנד און אויף דער וועלט, ברענגט דער יידישפיל טעאטער די געשיכטע פון מענטשן וואס האבן געגלויבט אין דער וויכטיקייט פון אינערלעכער שמחה, אין מענטשלעכער ליבשאפט און קראפט.  אין א ריטמישער טעאטראלער שפראך, קאלירפול, רייך אין באוועגונג און איינגעפלאכטן מיט הומאר און מיט בארירנדע פראגמענטן – וועט זיך דער עולם באגעגענען מיט דער אמאליקער חסידישער וועלט מיט א ווינק צו אונדזער איצטיקער מדינת ישראל.
פון: דאן אלמאגאר, רעדאגירונג, רעזשי און באוועגונג: שוקי וואגנער, מוזיקאלישער אנפירנג און באארבאטונגען: מיכל סאלאמאן, דעקאראציע,
קליידונג און ווידעא ארט: אנדריאנה לובינא,  באלייכטונג דיזיין: מישא טשערניאווסקי, סימולטאנישע איבערזעצונג: לארא סאהאר
רעזשיסער: שוקי וואגנער, מיט דער באטייליקונג פון: היליט דייטש-שאני, רוטעם מעלער, דאטאן אמראני, מירי רעגנדדארפער, יאנאטאן ראזען, ניוו שאפיר.
פון אנהויב מערץ 2018
איבערן גאנצן לאנד
 באגלייט פון אן איבערזעצונג אויף העברעיש און רוסיש