דאָס געזאנג פון מייַן האַרץ

אַ מוזיקאַלישע פאָרשטעלונג מיטן אָנטייל פון די שוישפּילערס/זינגערס: דודו פישער,גאדי יאַגיל און יאַנקעלע אַלפּערין
“מיר פילן אַ ווילן דעם ווייטיק צו שטילן מיט אַ לידל, אַ טענצל אַ ביסעלע שפּיל”.
זעליק באַרדיטשעווער
“די יידישע פאָלקמוזיק האָט געמאַכט אויף מיר א געוואַַלטיקן אייַנדרוק. איך ווער קיינמאל נישט מיד זי צו געניסן. זי האָט אַ סַך געזיכטן – זי שייַנט צו זיין פריילעך אַפילו ווען זי איז טראַגיש. כּמעַט תָמיד לאַכט זי דורך די טרערן”.
דימיטרי שאָסטאַקאָוויטש
רעזשי: שמואל אַצמאָן-ווירצעררעדאַגירונג: יאַנקעלע אַלפּעריןבאַאַרבעטונגען און מוזיקאַלישע אָנפירונג: ראַפי קאַדישזאָן באַוועגונג: מאַרינאַ בעלטאָוו דעקאַָראַציע צוגרייטונג און קליידונג: סערגיי בערעזין באַלייַכטונג צוגרייטונג: מישאַ טשערניאַווסקי סימולטאַנישע איבערזעצונג אויף העברעיש: לאָראַ סאַהאַר