דזשיגאַן און שומאַכער אויף אייביק

אַ זשעסט פאַרן קאָמישן און אומפאַרגעסלעכן פּאָרל געשפּילט דורך יעקב באָדאָ און גאַדי יאַגיל די פּיעסע, געשריבן דורך קאָבי לוריע, קומט פאָר אין דעם עולם האמת, אין וועלכן מיר זעען אַ פאַנטאַזיע-צוזאַמענטרעף צווישן דזשיגאַן און שומאַכער -די צוויי ריזן פון דעם ייִדישן הומאָר און סאַטירע, וועלכע זענען צוזאַמען אויפגעטראָטן במשך אסַך יאָרן און האָבן אויך געהאַט אַן ענלעכן גורל: צוזאַמען זענען די גרויסע קאָמעדיאַנטן אַנטלאָפן קיין ראַטנפאַרבאַנד פון די נאַצישע לאַפּעס, צוזאַמען האָט מען זיי פאַרשפּאַרט אין אַ סטאַליניסטישן אַרבעטס-לאַגער און צוזאַמען איז זיי געלונגען צו אַנטלויפן און אויפבויען פון דאָסניַי זייער גלענצנדע אַרטיסטישע קאַריערע – אין ישראל ווי אויך אין אייראָפּע און אין די פאַרייניקטע שטאַטן. אָבער, דרייסיק יאָר שאַפונג און אַן אומענדלעכע צאָל אויפטריטן איבער דער וועלט, זענען ליַידער מיט איינמאָל און פאַר אַלעמאָל, אָפּגעריסן געוואָרן דורך אַ שווערע קריגעריַי צווישן די ביידע אַקטיאָרן, וועלכע זענען געווען אַ לעגענדע נאָך ביַי זייער לעבן, און זענען אַזוי פאַרבליבן אין דעם זכרון פון טויזנטער מענטשן. גאָט, וועלכער האָט זיי ביידע זייער ליב געהאַט, פּראָבירט צו מאַכן שלום צווישן זיי. מלאכים און אַנדערע געטליכע יצורים ווי אויך גרויסע אַקטיאָרן פון דער ייִדישער בינע, וואָלונטירן אויך מיט דעם צוועק און ווילן זיי צוזאַמענברענגען אין אַ בשותפתדיקן אויפטריט. די פּיעסע איז באַזירט אויף דער געשיכטע פון דזשיגאַן און שומאַכער’ס לעבן און נעמט אויך אַריַין זייער אַרטיסטישע אַקטיוויטעט, סקעטשן און לידער פון זייער רעפּערטואַר. די פאַרשטעלונג ווערט באַגלייט מיט אַ לעבעדיקן אָרקעסטער.
פון: קאָבי לוריאַ,בינע ווערסיע און רעזשי: שמואל אַצמאָן-ווירצער, לידער, איבערזעצונג און יידיש רעדאַגירונג: יאַנקעלע אַלפּערין, מוזיקאַלישע לייטונג: מישאַ בלעכעראָוויטש, דעקאָראַציע דיזייַן און קליידונג: יאָסי בען-אַרי, באַוועגונג: יעַקב טאַמאַרי, באַלייַכטונג דיזייַן: מישאַ טשערניאַווסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר. ס’באַטייליקן זיך: יאַנקעלע אַלפּערין, אַנאַבעלאַ, יעקב באָדאָ, מאָניקאַ וואַרדימאָן, ישראל טרײַסטמאַן, גאַדי יאַגיל, העלענאַ יאַרלאָוואַ, לואיס מינעסאַס, קאַראָל מאַרקאָוויטש, אירמאַ סטעפּאַנאָוו, געראַ סאַנדלער, אורי קאָוואַלסקי, אַנדריי קאַשקער.