די מַכשֵפֶה

די מַעשֶה (פון דער מוזיקאָלישער פּיעסע) פון אַברָהם גאָלדפאַדען
מירעלע איז אַ יִתומֶה פון איר מאַמען. אַברהָמטשע איר פאָטער, דער גביר פון שטעטל, האָט חַתֶונֶה מיט בַתיֶה’ן, אַ יונגע שכֵנֶה. בַתיֶה רעדט זיך אָּפּ מיט דער מַכשֵפֶה “באָבע יאַכנע” און מיט אליָקום, די מַכשֵפֶה’ס רעכטע האַנט, כּדֵי אַברָהמטשע זאָל אַרייַנפאַלן און זי זאָל יַרשענען זייַן פאַרמעגן. אֶליָקום דרוקט אָפּ פאַלש געלט, באַהאַלט דאָס אין אברָהמטשעס קעשענע און מַסֶרט אים פאַר דער רעגירונגס אויטאָריטעט. בעֵת מירעלעס 17 -טן געבורטסטאָג פייַערונג איז איר פאָטער אַרעסטירט געוואָרן. איר שטיף-מאָמע אַנטדעקט דאָס אֶמֶתע פָּנים און דערגייט מירעלען די יאָרן. כּדֵי פָטור צו ווערן אויך פון מירעלע’ן, לייגט פאָר די מַכשֵפֶה אויסטראַכטן אַ קונץ: בתיֶה וועט געבן מירעלע’ן געלט און איר אַוועקשיקן אין מאַרק אייַנקויפן פלייש. די מַכשֵפֶה וועט צוגַנבענען דאָס געלט און מירעלע, וואָס ווייסט זייער גוט וואָס פאַר אַ האנט איר שטיף-מאָמע קען אויף איר אַרויפלייגן, וועט זיך ניט דערוועגן אַהיים צו גיין. און אַזוי טאַקע איז עס געווען. מירעלע וויינט מיט ביטערע טרערן און זינגט דאָס באַקאנטע ליד ” יידן, האָט רַחמָנוֶת”. די מַכשֵפֶה פאַרשטעלט זיך אַלס מירעלע’ס מומע, און ברענגט איר, אָפּנאָרנדיקערהייט, צו זיך אַהיים. דאָרט פאַרקויפט זי איר צו אַ ציגייַנער. דאָס פירט מירעלע’ן צו דער ווייַטער “סטנבול”, וווּ ער צווינגט איר צו בעטן נדָבֶות., צו זינגען און טאַנצן לויט די קלאַנגען פון זייַן מוזיק קעסטל. מאַרקוס, מירעלעס חָתן, זוכט נאָך איר און קומט אָן אויך קיין “סטנבול”, וווּ דער גורל טרעפט צונויף דאָס פאַרליבטע פּאָרל. מאַרקוס באַפרייַט מירעלע’ן פון דעם ציגייַנערס הענט. דערווייַל ווערט באַפרייַט אברָהמטשע פון זייַן אַרעסט און טרעפט זיך מיט מירעלע’ן און מיט איר חָתן מאַרקוס אין אַ וועג קרעטשמע. די מַכשֵפֶה, בַתיֶה און אֶליָקום, האָבנדיק מורֶא מ’זאָל זיי אַנטדעקן, באַשליסן פאַרברענען די קרעטשמע צוזאַמען מיט אַלע מענטשן. אָבער, ווי עס זאָגט זיך צום סוף אינעם ליד: “דער וואָס גראָבט אַ גרוב פאַר אַ צווייטן, פאַלט אַליין אַרייַן אין אים”… די מַכשֵפֶה, בַתיַה און אֶליָקום גייען אַוועק מיטן פייַער. מירעלע, איר פאָטער און מאַרקוס און אַלע אָנטיילנעמערס אין דער מוזיקאַלישער פּיעסע זינגען דאָס ליד צום סוף.
רעזשיסאָר: שמואל בונים, מוזיקאַלישע אָנפירונג: פּאָלדי שאַצמאַן, דעקאָראַציע: אָדרי בערגנער, קליידונג: פּיני משה, כאָרעאָגראַפיע: וואַלענטין מענוכין, באַלייַכטונג: יחזקאל אָרגאַל, יידיש אונטערריכטונג: העניאַ אַצמאָן.
עס נעמען אָנטייל: אַנאַבעלאַ, בעבע בערקאָביט, עפי מאַיר, ישראל טרײַסטמאַן, יאָָסי סאָקאָלסקי, ליאָראַ אַבני, נוריט באַנייַ, אירענא ברובער, מייַאַ דראַנאָבסקי, גרעגאָרי ווייַנער, עמאַ זאסלאַַבסקאַ, מאַריאָ פודערבינק, נאַפטאַלי קריטשעבסקי, ניקאָלייַ שרעסטיאַקאָוו, סעמיאָן שוסטערמאַן, אלעקסאַנדראַ שיריקאָב.