די מגילה (1988)

לויט די “מגילה לידער” פון איציק מאנגער מוזיקאלישע קאָמעדיע באזירט אויף דער מגילת אסתר דערציילונג.
פאָרשטעלונג באזירט אויף איציק מאנגערס לידער, דערציילט די מגילת אסתר געשיכטע ווי זי וואָלט פאָרגעקומען אין מזרח אייראפּעישן ָשטעטל, אין אָנהויב פונעם פארגאנגענעם יאָרהונדערט. די העלדן פון דער מגילה (אחשוורוש, אסתר המלכה, מרדכי היהודי, און המן הרשע) טראכטן און רעדן אין א זאפטיקן יידיש, אזוי ווי דער מחבר, איציק מאנגער, איינער פון אונדזערע גרעסטע דיכטער פונעם 20-טן יאָרהונדערט האָט געשריבן. “די מגילה לידער” זענען דערשינען שריפטלעך אין 1936 און נאָך 25 יאָר איז צוגעשריבן געוואָרן די מוזיק דורכן קאָמפאָזיטאָר דובי זעלצער. די פאָרשטעלונג איז ממש א “פּורים שפּיל” וואָס שילדערט אחשוורושס מעשים, אסתר און המן אין די יידישע קהילות פון מזרח און מערב אייראָפּע נאָך אין מיטלאלטער. דאָס שטעלט מיט זיך פאָר, בעצם, דער יסוד פון יידיש טעאטער. אפשר צוליב דעם וואָס איציק מאנגער איז געבוירן געוואָרן ביי א משפחה פון שניידערס, איז זיין “מגילה” פול מיט פּערסאנאזשן מיט “א נאָדל און מיט א פאָדים” און טאקע דערפאר פארוואנדלט זיך די פאָרשטעלונג אין א מין “פּורים שפּיל” וואו שניידערס און נייערנס ווייזן זיך נאיב און מיט חכמת חיים, מיט רחמנות און מיט אכזריות.
איציק מאַנגער, שמואל בונים, דובי זעלצער,
ס’נעמען אָנטייל: יאַנקעלע אַלפּערין, רפאל גולדווסר, יאַשאַ גילינסקי, מאָניקאַ וואַרדימאָן, רות לוין, יהונתן סגל.
די פאָרשטעלונג דויערט אַ שָעה מיט אַ האַלב אָן אַ פּויזע