דער אַקטיאָר

א בארירנדע דראמע מיט יעקב באָדא און ישראל טרייסטמאן
אלימלך איז אן אקטיאר ער איז דער הויפט אקטיאר פונעם יידיש טעאטער אין ווארשע., וואס האָט זיך באטייליקט אין די גרעסטע ראָלעס  פון דער יידישער און וועלטלעכער קלאסיק . עס קומט פאָר אין אָנהויב פון דער צווייטער וועלט מלחמה, די דויטשישע  ארייַנברעכונג קיַין פוילן  סטראשעט יעדן טאָג. אין אלע אויפטרעטונגען , איז אלימלך  וויַיט צו זיַין אין זיַין בעסטער שטימונג , אוו איז אָפהענגיק פון  זיַין אלטן  און געטריַיער באקליידער תנחום. פארן אויפטרעטן דאָס  לעצטע מאָל  מיט דער פאָרשטעלונג  “טעוויע דער מילכיקער”, שווימט ארויף זיַין גאנצער קאמף פון אונטער די  קוליסן , צוזאמען מיט זיַין מורא פארן  אומבאקאנטן מאָרגן.
א בארירנדע און קאָמישע פארשטעלונג וואָס שילדערט די לעצטע טעג פונעם יידישן טעאטער אין אייראָפע אינספָירירט אין ווערק ווי  “טעוויע דער מילכיקער “, “דער באקליידער “, “צוויי  קונילעמעל” און אזוי וויָיטער …
 רעזשי : יונתן אסתרקין, דראמאטורגיע: ליהיא ברזל מלמד, דעקאָראציע דיזיֶין : דפנה פרץ, קליידער דיזיֶין  : אנדריאנה לובינה, ווידיאו: תמיר פיינגולד, מיט דער באטייליקונג  פון : טרייסי אברמוביץ’, אירמה סטפנוב, סיון קינר-קסינגר, יונתן רוזן, ניב שפיר
באגלייט פון א איבערזעצונג אויף העברעיש און אויף רוסיש