דער פֿאַרכישופֿטער שנײַדער

שלום עליכמס קלאַסישע דערציילונג וועגן דעם אָרעמן שנייַדער שמעון-אלי “הער אונדזער קוֹל” , וואָס זייַן פרוי שיקט אים אַוועק אין שטעטל קאָזאָדאָיעווקאַ קויפן אַ ציג זאָל געבן מילך פאַר דער מִשפָּחֶה, און ס’האָט זיך אויסגעוויזן אַז ס’איז ניט אַזוי גרינג… אין דער פּיעסע זענן פאַראַן קאָמישע און סאַטירישע געשעענישן פון דער פאַרביקער לעבנס דערפאַרונג אינעם יידישן שטעטל, מיט זייַנע געשטאַלטן, פַּרנָסות און ליבעס, ווי זיי זענען געשילדערט דורך שלום עליכמס קאָלירטער און גאונישער פעדער. די פאָרשטעלונג איז באַגלייט פון אָרקעסטער.
רעזשי: מוטי אברבוך, מוזיקאַלישע אָנפירונג: דובי זלצר, באַוועגונג, אַקטריסע, רעזשיסאָרין און כאָרעאָגראַפין : גבי אלדור, באַלייַכטונג צוגערייטונג: מישה צ’רניאבסקי, סימולטַאַנישע איבערזעצונג : לאָראַ סאַהאַר.
אין שנייַדערס ראָלע: יעקב באָדאָמיט: טרייסי אברמוביץ, יאַנקעלע אַלפּערין/ אורי קאָוואַלסקי, אַנאַבעלאַ, ג’יל בן-דוד, מאָניקאַ וואַרדימאָן, ישראל טרײַסטמאַן, הלנה ירלובה, קרול מרקוביץ, יוסי סוקולסקי, געראַ סאַנדלער, אַנדריי קאַשקער.