יאָשקע קאַלב

דראַמע פון ישראל יהושע זינגער
די דאָזיקע צוציענדע דראַמע הייבט זיך אָן מיטן אדמו”ר פון נישווה, רבי ר’ מֵלֶך’, אַן אלמֶן פון דריי ווייַבער, וואָס וויל חַתונֶה האָבן מיט מַלכֶּה’לען די יִתומֶה. כּדֵי ער זאָל קענען חתֶונֶה האָבן איז ער משַדֶך זייַן טאָכטער שרֶה’לע מיט נחומ’טשע, דעם רחמנובסקע’ס רב אַ זון. ווען נחומ’טשע און זייַן יונגע שוויגער מַלכֶּה’לע פאַרליבן זיך ביידע, הייבט זיך אָן צו פאַרדרייען די מַעשֶה, נאָר פאַרן אַנטדעקט ווערן זייער ליבע, שטאַרבט מַלכֶּה’לע אַוועק און מיט איר ווערט באַערדיקט זייער בשותפֶתדיקע זינד. נחומ’טשע אַנטלויפט און וואַנדערט במֶשֶך 15יאָר ביז ער קומט אָן קיין ביאַלאֶגוראַ, וווּ ער ווערט אַ העלפער בייַם קַברן פון שטעטל. צביה, דעם קַברנ’ס טאָכטער, פאַרליבט זיך אין אים, און פרוּווט צו ליגן מיט אים. אָבער ער באַמיט זיך צו אַנטלויפן פון איר. צביה ווערט טראָגעדיק פון די שמוגלערס וואָס טשעפּענען זיך צו איר און די אייַנוווינערס פון שטאָט באַשולדיקן איר און יאָשקע’ן קאַלב (נחומ’טשעס ביינאַָמען, ווי זיי רופן אים) וועגן דער מַגֵפֶה וואָס איז אויסגעבראָכן צוליב זייערע באַציונגען. כּדֵי אויפצוהערן מיט דער מַגֵפֶה פרוּוון זיי חַתונֶה מאַכן ביידע. יאָשקע אַנטלויפט ווידער און קערט זיך אום קיין נישווע, צו זייַן ווייַב, די עַגוּנֶה שרה’לע. דער אדמו”ר רב מֶלֶך נעמט אים אויף מיט ליבשאַפט און וויל ער זאָל יַרשענען זייַן פּלאַץ. דער ביאַלאַגאָרער רב, ר’, מאירל, קומט קיין נישווע, טרעפט יאָשקע קאַלב און פאָדערט מען זאָל אים מִשפֶּטן. אין דעם דראַמאַטישן מִשפֶּט פאַלט אַוועק דער אדמו”ר פון נישווע און שטאַרבט. ווען דער גַבאי דערקלערט אַז נחומ’טשע דאַרף פאַרנעמען דעם פּלאַץ פונעם אדמו”ר, אַנטלויפט נחומ’טשע און הייבט אָן אויפסנייַ צו וואַנדערן, טראָגנדיק אין זייַן האַרץ דעם ווייטאָג פון זייַן גרויסער ערשטער ליבע צו מלכֶה’לען. די געשיכטע פון זייַן אַנטלויפן און וואַנדערן שילדערט אַ גאַנצע מַסֶכתֶא פון פאַרפירונגען, זינד, ליבע, ליגנט און קַבָלֶה מיסטיק אין אַ ציענדיקע דראַמע פונעם מחַבֶר ישראל יהושע זינגער.
באַאַרבעטונג און רעזשי: יאָעל זילבערג, ייִדיש: ישראל רובינטשעק, דעקאָראַציע און קליידונג: פרידאַ קלאָפּהאָלץ-אבראהאַמי, באַלייַכטונג: מישאַ טשערניאַווסקי, מוזיק: מישאַ בלעכעראָוויטש, סימולטאַנישע איבערזעצונג אויף העברעיש: לאָראַ סאַהאַר.
עס נעמען אָנטייל: ישראל טרײַסטמאַן, קאַראָל מאַרקאָביץ, מאשאַ באַלקינאַ, העלענאַ איראלאָוואַ, וואַדים קאָטלעראָב, טרייסי אבראַמאָוויטש, שמואל הילמאַן, איציק אצמאָן, יאָָסי סאָקאָלסקי, יאָנאַט מאַטאַן, זאַלמען טיקטין, אַנאַבעלאַ, אורי קאָוואַלסקי, אַנדריי קאַשקער, מישאַ טאַפּליצקי.