מאָטקע גנב

מוזיקאַלישע פּיעסע לויט אַ ראָמאַן פון שָלום אַש
מאָטקע, אַ יינגל פון 17 יאָר, אַנטלויפט פון דער תפיסֶה, נאָכדעם ווי ער איז באַשולדיקט געוואָרן צוליב גַנבֶנען אַ ברויט. לויפנדיק געפינט ער אַ יידישן וואַנדעריקן צירק, און דאָרט פאַרליבט ער זיך אין מערי’ן- אַן אַקראָבאַטקע, די סטאַרן פונעם צירק. זי היט אים אּפּ און באַהאַלט אים פון דער פּאָליציי. אַזוי אַנטוויקלט זיך א ליבע געשיכטע צווישן ביידע און זיי באַשליסן צו אַנטלויפן קיין וואַרשע און אָנהייבן אַ נייַ לעבן צוזאַמען. נאַר דער גורל וויל אַנדערש און פאַרוואַנדלט מערי’ן אין אַ הויך געזעלשאַפטלעכע שאַנד מיידל און מאָטקע’ן אין אַ באַלעבאָס פון דעם שאַנדהויז. אונדזער העלד מאָטקע זוכט דעם וועג אויפצוהערן מיט דעם, און דאָס פירט צו מערי’ן צו אַ שטאַרקער קנאֶה און צו אַ טראַגישן סוף.
אין דער דאָזיקער פאָרשטעלונג רעכענען זיך אַרייַן אויטענטישע לידער פון דער וואַרשעווער אונטערוועלט (גַנָבים לידער).
פון: שָלום אַש, באַאַרבעטונג פאַר דער בינע: סיליק שטערנפעלד, רעזשי: אַריע לייב ראכלין, מעלאָדיע פאַרפאַסונג: וולאַדימיר גאַבייַ, מעלאָדיע פאַרפאַסונג און לייטונג: מיכאַעל ווייַנמאַן, כאָרעאָגראַפיע: וואַלענטין מענוכין, דעקאָראַציע און קליידונג דיזייַן: אַלעקס קאַנטשיק, באַלייַכטונג דיזייַן: ליאַ סמאָלעַר, לידער: וועלוול טשערנין.
ס’באַטייליקן זיך: יאַנקעלע אַלפּערין, מאיאַ ענגלער, מיכאַעל דראנאָווסקי, נאטאַן העכט, לאַריסאַ ווידגאָפּ, איקאַ זאָהאַר, ישראל טרײַסטמאַן, יעהודיט יאנאי-צעדערבאום, עפי מעיר, לאָראַ סאַהאַר, אסתר נ. סאווידאַנסקי, קאַראָל פעלדמאַן.
אויפן קלאַוויר: מיכאַעל ווייַנמאַן, קלאַרינעט: אַלעקס אַלטשולער, קאָנטראַבאַס: מאַרק טשערניאַק, פידל: ליאָניד זלאָטניקאָוו, אַקאָרדעאָן: אַלעקס ביבאַ.