סענדער בלאַנק און זײַנע יורשים

פון שלום עליכם
 שָלֶום עַליכֶמס שאַרפע קאָמעדיע, עפנט דעם צענטן טעטיקייט סעזאָן פון יידישפיל טעאַטער. די נאָוועלע “סאַנדער בלאַנק”, געשריבן אין יאָר 1887, איז באַאַרבעט געוואַרן פאַר דער בינע דורך יעקב ראָטבאום לויט דעם מחַבֶרס גייַסט און דערציילט אַ זאַפטיקע געשיכטע וועגן יורשים, ניט באַגרענעצט אין קיין צייַט און קיין פּלאַץ ניט. שלום עליכמס גדולֶה שטעקט אין דעם פאַקט וואָס ער האָט באַשאַפן זייַנע געשטאַלטן פּונקט אַזוי ווי ער האט זיי געזען אין דער ווירקלעכקייַט, און זיי אויפגעלעבט. דעם עקזיסטענציאלן אֶמֶת וואָס ער שטעלט פאָר איז געווען און בלייַבט אַקטועל. דער רעזשיסאָר, מיכאַעל לוריאַ האָט געגעבן דער פאָרשטעלונג אַ אינטערעסאַנטן און אייגנאַרטיקן קוק, ווייַל די געשעענישן אויף דער בינע ווערו געוויזן אַזוי ווי אַ חָלֶום. סאַנדער בלאַנק איז אַ באַנקיר און דער פאָרזיצער פון דער קהילֶה אין אַ רוסישער שטאָט, אין אָנהויב פון דעם 20סטן יאָרהונדערט. אַ מענטש וואָס האָט ליב צו לעבן און עסן, אַן אֶמֶתֶר הַנָאה האָבער. זיין לעבן ווערט קאָמפּליצירט ווען ער האַלט פּלוצלונג ביים שטאַרבן. די גאַנצע מִשפָּחֶה – ווייַטע קרובים , מיטגלידערס פון דער קהילֶה און פאָרשטייערס פון פאַרשידענע אָרגאַניזאַציעס רינגלען אַרום זייַן בעט דערוואַרטנדיק, כדֵי צו פאָדערן זייער טייל אין דער צַווָאֶה, וואָס פאַרזיכערט צו זייַן אַ גרויסע. דער קאַמף פאַר דער ירושֶה פאַרצארט זיך אין מיטן, ווען סאַנדער בלאַנק שטייט אויף פלוצלונג פון זייַן קראַנקייַט און פאַרשטייט ניט דער גערודער אַרום אים. ווען עס ווערט אים אַביסל בעסער, זאָגט ער צו די וואָס רינגלען אים אַרום, זייער טייל אין דער ירושֶה, אָבער בלויז נאָכדעם ווי ער וועט פייַערן זייַן 120 סטער געבורטסטאָג…
די גלענצנדע דיאַלאָגן און די כּמעַט גראָטעסקע סצענעס פאַרבעטן אייַך צו כאַפּן אַ פאַרווייַלנדיקער בליק אין סאַנדער בלאַנקס לעבן, וואָס וועט אייַך ניט לאָזן גלייַכגילטיק אפילו איין מינוט. די סיטואציעס פּאַסן זיך צו הייַנטיקן טאָג, 100 יאָר נאָכדעם וואָס די פּיעסע איז געשריבן געוואָרן, צו די אַזוי באַקאַנטע ווירקלעכע געשעענישן . די ראָלע פון סאַנדער בלאַנק ווערט געשפּילט דורכן דירעקטאָר פון יידישפיל טעאַטער, דער אַקטיאָר שמואל אַצמאָן-ווירצער, וועלכער האָט אָנגעהויבן זייַן טעטיקייַט אין טעאַטער מיט שָלום עליכמס ווערק “שווער צו זײַן א ייִד (1988)”. פון: שלום עליכם, באַאַרבעטונג פאַר דער בינע: יעקב ראָטבאַום, רעזשי: מיכאַעל לוריאַ, דעקאָראַציע דיזייַן: אַלעקסאַנדער ליסיאַנסקי, קליידונג דיזייַן: קאַטיא לוריאַ, מוזיק: מיכאעל אַגראַ, באַוועגונג: מאַרינאַ בעלטאָוו, באַלייַכטונג דיזייַן: מישאַ טשערניאַווסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג: לאָראַ סאַהאַר.
ס’באַטייליקן זיך: שמואל אַצמאָן-ווירצער, שייַ קאַמינסקי, יאָנאַט מאַטאַן, וואַדים קאָטלעראָב, מאשאַ באַלקינאַ, יאָָסי סאָקאָלסקי, זאַלמען טיקטין, העלענאַ איראלאָוואַ, אורי קאָוואַלסקי, מאָניקאַ וואַרדימאָן, אַנדריי קאַשקער, שמואל הילמאַן, מישאַ טעפּליצקי, טרייסי אבראַמאָוויטש, צאַכי מילמאַן, אַנאַבעלאַ, עטעל קאָבינסקאַ, ישראל טרײַסטמאַן.