עדיפּוס שמעדיפּוס

 מיסטישע קאֶמעדיע מיט דעם אויפטריט פון חנה לאַסלאַו
לויט וווּדי אלנ’ס פילם
שעלדאן מילס (מילשטיין פאַר דעם)  איז אַ יידישער אַדוואָקאַט פון ניו–יאָרק  וואָס לייַדט פון זיַין מאַמעס קריטיק  – אַ יידישע מאַמע פון די לעגענדעס וואָס מישט זיך כסדר אַריַין אין זיַין לעבן  און פאַרשעמט אים.
ווען שעלדאָן ברענגט זיַין כַּלֶה די שיקסע צו באַקענען זיך מיט זיַין מאַמען,  גייען  אַלע דריַי  זען א מאַגישער ספּעקטאַקל. ווען שעלדאָנס מאַמע איז פאַרבעטן ץו דער בינע  – נעמט אַריַין דער קונצנמאכער דער מאַמען אין אַ קעסטל וואָס מאַכט איר פאַרשווינדן פון די אויגן פונעם איבערגעראַשטן עולם. . נאָך דער פאָרשטעלונג , באַמערקט  שעלדאָן  אז זיַין מאַמע איז באמת נעלם געוואָרן..
שעלדאן ווערט צעקאָכט  און פראָבירט  געפינען זיַין מאמען, נאָר אָן הצלחה, און פּונקט ווען ער הייבט  אן  הנאה  האבן פון איר  אומוועזנהייַט  און פאַרשטייט אַז אָ אירַ איז ער  א גליקלעכער מענטש  – באוויַיזט  זיך פּלוצלינג זיַין מאַמע אויפן הימל  און הייבט אָן אים פאַרשעמען פאַר אַלע איַינוווינער פון ניו-יאָרק.
רעזשי : דאַפנאַ זילבערג, איבערזעצונג : אַריע בלינדער, באַוועגונג : אַריעל וואָלף, וידעאָ: נימראָד צין, דיזיַין פון דעקאָרציע און קליידונג : לילי בען נאַכשאָן  און נאַטאַשאַ טוכמאַן-פּאָליאַקאָוומיט דער באטייליקונג פון  : אָפער גאָלאַן, היליט דיַיטש-שאַני, מאָניקאַ וואַרדימאָן, ישראל טרייסטמאַן, אַמיטיַי קידאַר, סיוואַן קינר קיסינגער, אַנדריי קאַשקאר, מירי רעגנדאָרפער, ניב שאַפיר
פון  אקטאָבער 2017 אין די היכלים פונעם גאַנצן לאַנד
באַגלייט פון אַן איבערזעצונג אויף העברעיש און רוסיש