צוויי קוני-לעמל

אַן אַקטועלע און ברויזיקע סאַטירע צום אָפּמערקן 125 יאָר פון יידישן טעאַטער אין אייראָפּע
אין מָקור האָט זיך גערופן די פּיעסע “דער פאַנאַטיקער” און ס’ווערט דערציילט אין איר וועגן אַ רייַכער חָסיד וועלכער אַנטדעקט צו זייַן אומגליק אַז זיין יונגע טאָכטער איז פאַרליבט אין אַ סטודענט וואָס לערנט מעדיצין, אַ בָחור מיט פרייַע געדאנקען. דער פאַרזאָרגטער פאָטער באַשליסט איר חַתֶונה מאַכן מיטן לאָמן קונילעמל, מיט א פארמאכטן אויג, און אַ פאַרהיקנדיקער, נאָר צוליב דעם וואָס ער שטאַמט פון אַ יחוסדיקער מִשפָּחֶה -ער איז אַ זון פונעם גַבאי אין רבי’נס הויף. און דער עיקר, אַ פרומער ייִד. כּדֵי זוכֶה זייַן דאָס געליבטע מיידל, באַשליסט דער יונגער סטודענט זיך פאַרשטעלן אַלס קונילעמל. אַזוי אַרום שאַפט גאָלדפאַדען אַ “קאָמעדיע פון טָעויות’ן” וועלכע איז געבויט אויף אַן אידענטיטעט בייַט. די פּיעסע האַנדלט מיט דעם אידענטיטעט פּראָבלעם פונעם ייִד אין דער מאָדערנער צייַט. די פיזישע חֶסרוֶנות פון קונילעמל זענען ניט מער ווי דער אויסדרוק פון די גייַסטיקע חֶסרונֶות פונעם פאָטער, דער פאַנאַטיקער חָסיד. אַ חוץ דעם געשטאלט פונעם נאיוון און חֵנעוודיקן שוטֶה, באווייזט זיך קונילעמל ווי אַ ” שוויצער” וואָס האָט בדֵעֶה צו זאָגן יעדן איינעם ווי אַזוי זיך אויפצופירן. ער זעט ניט זייַנע חֶסרונֶות אָבער געפינט בייַ יענעם שטענדיק דאָס וואָס איז ניט גוט. דער פאָטער און קונילעמל, אייַנגעזאַפּט מיט פאַלשע גלויבונגען, מיינען אַז די וועלט איז נאָר אַ פּוסטער קאַרידאָר וואָס פירט צו יענער וועלט, צו דער אֶמֶתער וועלט. קעגן די דאָזיקע צוויי געשטאַלטן וועלכע שטעלן פאָר די אַלטע וועלט, שטייען די געשטאַלטן פון מאַקס, דער מעדיצין סטודענט, רִבקה, דעם חָסיד’ס פרוי, זייַן טאָכטער קאַראָלינאַ און קונילעמלס פאָטער וועלכע שטעלן פאָר די נייַע וועלט. די פּיעסע שילדערט די קולטורעלע מִלחָמֶה וואָס האָט זיך אָנגעפאַנגען אינעם 19 יאָרהונדערט, אין דער “הַשכָּלֶה” עפּאָכע און האָט זיך אַלץ ניט פאַרענדיקט ביז איצט, אין ישראל, אינעם 21טן יאָרהונדערט.
גאָלדפאַדעהס פּיעסע שליסט זיך אָן צו די רייע פיעסעס פון דער טעאַטער געשיכטע וועלכע האנדלען מיט דער טעמע פון אידענטיטעט בייַט. די טאָפּלטע פיגור פונעם הויפּט העלד וואָס פאַרווייַלט אונדז במֶשֶך דורֶות, רירט אָן דעם פראָבלעם פונעם “איך” און דעם “אַנדערן איך” וואָס אין אונדז. נאָך דעם וואָס מ’נעמט בייַ אים צו זייַן אידענטיטעט און זייַן נאָמען דורכן סטודענט וועלכער פאַרשטעלט זיך אַלס זייַן געשטאַלט, גלייכט אויס קונילעמל דאָס דאָזיקע פּראָבלעם אַזוי: “עס ווייַז זיך אַרויס אַז ער איז טאַקע קונילעמל. און איך? איך בין ניט מער ווי… איך”. דאָס הייסט, אַז ס’זענען דאָ אויף דער וועלט צוויי “קונילעמל”. דער ערשטער טראָגט זייַן נאָמען און קען אים זען מיט זייַנע אייגענע אויגן, און דער צווייטער פאַרבאַהאַלט זיך אין אים און איז ניט מער ווי ער אַליין.
פון: אברהם גאָלדפאַדען, באַאַרבעטונג און רעזשי: מאָטי אַווערבוך, באַאַרבעטונג און לידער: יאַנקעלע אַלפּערין, באַאַרבעטונגען און מוזיקאַלישע לייטונג: אבי בנימין, דעקאָראַציע צוגרייטונג און קליידונג: יאָסי בן-אַרי, באַוועגונג און ליצנות: שלאָמי גאָלאַן, באַלייַכטונג צוגרייטונג: מישה צ’רניאבסקי, סימולטאַנישע איבערזעצונג אויף העברעיש: לאָראַ סאַהאַר.
עס נעמען אָנטייל: אַנאַבעלאַ, הלנה ירלובה, קרול מרקוביץ, געראַ סאַנדלער, אירמאַ סטעפּאַנאָוו, אורי קאָוואַלסקי, אַמיטײַ קעדאַר, אַנדריי קאַשקער.אין די ראָלעס פונעם חָסיד, יינגל, מיידל, סטודענט, סטודענטין: קובי בר, אָפער גאָלאַן, אביטל לבני, צחי מילמן, מיכאל קייט, ליאורה קפלן, גיא שגיא.
מוזיקערס: קלאַוויר – לנה גרא-קופילביץ, ווינט כֵּלים – פטר ורטהיימר, פידל – אייל שילוח, קאָנטראַ-באַס – בוריס מלקובסקי.