שווער צו זײַן א ייִד (1988)

אַ פּיעסע פון שָלום עַליכם
פּיעסע באַזירט אויפן ראָמאַן “ההצלה עקובה מדם” געשריבן אין יאָר 1912. צוויי חַבֵרים, איינער אַ ייֵד (שניאורסאָן) און דער צווייטער אַ גוי (איבאַנאָוו), פייַערן די ענדע לימודים אין גימנאַזיע אין דער צאַרישער צייַט אין רוסלאַנד, אין וועלכער דער צוגאַנג פון יידן צו אַ קאַריערע און צו בילדונג איז געווען פול מיט שטערונגען. אין אַ רֵגֶע פון שִכּרֶות בייַטן זיך ביידע זייערע אידענטיטעטן און דאָ הייבט זיך אָן דער אַרגומענט וואָס איז פול מיט געשעענישן. שניאורסאָן, פאַרוואַנדלט אין איבאַנאָוו ווערט באַלד אויפגענומען אַלס אַ תַלמיד, אין דער צייַט וואָס איבאַנאָוו (איצט שניאורסאָן) געפינט א וווינונג בייַ אַ ייִדישער מִשפּחֶה, און ווערט דאָרט אויפגענומען מיט ליבשאַפט און פרייַנטלעך. נאָר איין זאַך שטערט זייַן פרייד -איבאַנאָוו’ס אוממעגלעכקייַט צו באַווייַזן אַז ער האָט אַן אַרלויבעניש צו וווינען אין אַ שטאָט וואָס איז ניט אין דער “דערלויבטער טעריטאָריע”. ער דארף זיך באשעפטיקן מיט אַן אַרבעט אָדער אויפגענומען ווערן אין אוניווערזיטעט. נאָך אַ באַראַטונג ווערט געפונען די לייזונג: שאַפּיראָ’ס ציין דאָקטער באַשעפטיקט איבאַנאָוו’ן אַלס אַ לערנייִנגל כדי ער זאל קענען באקומען די לאנג דערווארטעטע ארלויבעניש פון דער פאליציי. שניאורסאָן און איבאַנאָוו פאַרליבן זיך אין בעטי’ן, שאַפּיראָ’ס טאָכטער און דרייען זיך אַרום איר, יעדער איינער אויף זייַן שטייגער. ביידע חַבֵרים זענען גרייט צו טאָן אַלץ כּדֵי צו דערגרייכן איר ליבע און עס קומט צו אַ שאַרפע דיסקוסיע וואָס דערוועקט אין איבאַנאָוו דעם חשַש אַז שניאורסאָן וועט אַנטדעקן דער מִשפָּחֶה זייַן אֶמֶתֶע אידענטיטעט. עס דערנענטערט זיך פֶּסַח און דער רב אלפרין קומט באזוכן פלוצלונג שאַפּיראָ’ס מִשפָּחֶה צו וואָרענען זיי אַז איבאַנאָוו, וואָס איז איצט שניאורסאָן, איז פאַרליבט אין זייער טאָכטער און וויל זיך מגַייר זייַן. שאַפּיראָ באַשליסט אייַנצולאַדן צום סֵדֶר שניאורסאָנען, ווייַל ער וויל ניט שעדיקן אַ גוי וואָס האָט באַוויזן אַזאַ פאַרשטאַנד צו די נויטן פון יידישן פאָלק. אין מיטן סֵדֶר דרינגט אַרייַן די פּאָליציי און זוכט דעם שניאורסאָן, וועלכער האָט געזאָלט זייַן דער מַנהיג פון אַ געהיימע סעקטע, וואָס לויט קלאַנגען, האָט זיך באַנוצט מיט בלוט פון אַ קריסטלעכן קינד פאַר אַ רעליגיעזן ריטואַל. ווען די אֶמֶתֶע סַכָּנֶה דראָעט איבער די פאַרזאַמלטע, פאַרשטייט שניאורסאָן אַז דאָס שפּיל איז געגאַנגען צו ווייַט. און ער באַשליסט אפּברעכן דעם הֶסכָּם מיט זייַן פרייַנט. ער אַנטדעקט זייַן אֶמֶתֶע אידענטיטעט און זייער סטודענטן כַווָנֶה וואָס זיי האָבן אויסגעטראַכט. ביידע סטודענטן ווערן אַרעסטירט, אָבער שאַפיראָ באַשליסט פאָרצוזעצן מיטן סֵדֶר ווי גאָט האָט געבאָטן, ווי אַ סימן פון זייַן שטאַרקער אֶמונֶה אין דער אייביקער פעיקייַט פונעם יידישן פאָלק גובֶר צו זייַן די פייַנט אין אַלע צייַטן.
שלום עליכם, ישראל בעקער,
עס נעמען אָנטייל: יאַנקעלע אַלפּערין, ישראל בעקער, יאַשאַ גילינסקי, אברהם האַרוויץ, יהודית יאַנייַ, לאָראַ סאַהאַר, עטעל קאָבינסקאַ.