שימעלעס חלום

אַ מוזיקאַלישע קאָמעדיע פונעם הומאָריסט שָלום עַליכם, באַאַרבעט דורך יוסֶף שייןשימעלע סאָראָקער, אַ שנייַדער און אַ שניידערס אַ זון, זייןַ ווייַב עטי-מעני, און זייער איינציקע טאָכטער ביילקע, וווינען אין אַ געדונגענע דירֶה וואָס געהערט צום גביר ר’ אַשער פייַן. שוין עטלעכע מאָנאַטן וואָס זיי האָבן נישט באַצאָלט דירֶה-געלט. שימעלע נייט אַן אָנצוג פאַר סאָלאָמאָן פיין, דעם בַעַל-הַבית זון און בייַם מעסטן, רעדט ער אים איבער ער זאָל פרווון בעטן ביים טאַטן צו פאַרלענגערן די צייט צו באַצאָלן. דער זון איז ניט מַסכים. דעם שנייַדערס לערן- יינגלעך , מאָטל קאָסוי און קאָפּל פאַלבאָן זענען פאַרליבט אין ביילקע, דעם בעל-הבית טאָכטער, און זעען אין סאָלאָמאָן זייער קאָנקורענט און רעדן קעגן אים. שימעלע איז אָפּטימיסטיש אַז ער וועט קענען באַצאָלן דאָס דירֶה-געלט, ווייַל ער האָט געזען אין חָלֶום אַז ער האַט געווונען אין לאָטערי. קאָלטאָן, דעם בעל-הבית אַגענט, גלויבט ניט אין זיין אָפטימיזם, און סטראַשעט אַרויסנעמען דעם שנייַדער מיט דער הילף פון אַ פאָליציי-מאַן, סייַדנס ער וועט באַצאָלן מינדסטנס פאַר דרייַ מאָנאַטן דירֶה-געלט. שימעלע נעמט אָן קאָלטאָנען ביים קאָלנער און וואַרפט אים אַרויס. ביילקע, איז דערווייָל געשיקט געוואָרן דורך איר טאַטן אין באַנק געווויער ווערן וויפל איז זייער געווינס אין דער לאָטערי, קומט צוריק און זאָגט אָן מיט גרויס איבעראַשונג אַלע אָנוועזנדע אַז דעם טאַטנס לאָטעריע קאַרטל איז זוכֶה געווען מיטן גרויסן געווינס: צוויי הונדערט טויזנט רובל! די אייַנוווינער פון שטאָט קומען צום שנייַדער און באַגריסן אים. די קרעדיטאָרן גיבן אים אַן אומבאַגרענעצטן קרעדיט. דער שנייַדער און זיין ווייַב, וועלכע זענען איצט רייַך געוואָרן, זענען אינגאַנצן פאַרטיפט אין “גבירישע מאַנירן” . עטי-מעני זאָרגט שטאַרק וועגן איר רייכטום און האָט מורֶא אז דאָס דינסט מיידל גַנבֶט איר אַרויס פון איר פרוכט איינגעמאַכטס. שימעלע וואָס היט אָפ מ’זאָל אים איצט רופן סעמיאָן מאַקאַראָוויטש, טראַכט צו מאַכן אַ געשעפט מיט דער “פילם געזעלשאַפט”, וואָס קען אים פאַרוואַנדלען אין אַ מיליאָנער. די “אייגנטימער” פון דער “פילם געזעלשאַפט”. די שווינדלערס רובינטשוק און וויגדאָרטשיק, וועלכע קומען צום שנייַדער ער זאָל אונטערשרייַבן דעם קאָנטראַקט, נאַרן פון אים אויס אַ טשעק אָן די אָנגעשריבענע ווערטער פון דער סומע -צוליב זייַן אומוויסנדיקייט פון דער רוסישער שפּראַך. שימעלע קען זיך ניט באַפרייען פון זייַן געפיל פון צופרידנקייט, און איז שטאַרק גרייט חַתונֶה צו מאַכן זיין טאָכטער ביילקע מיט סאָלאָמאָן, דער זון פונעם גביר ר’ אַשר פיין. ביילקע האָט פייַנט די גבירישע “נאָוואָריש ” מאַנירן פון אירע עלטערן, זאָגט זיך אָּפּ פונעם שידוך און רעדט אייַן מאָטלען און קאָפּלען זיי זאָלן איר העלפן אַנטלויפן פון דער היים. דער שניידער און זייַן ווייַב, וואָס האַלטן שטאַרק פונעם שידוֶך, מאַכן אַ העפלעכן און פאַמיליערן באַזוך ביים גביר ר’ אַשֶר פייַן. דאָ ווערט געווויער דער שניידער דורך איינער פון די איינגעלאדענע געסט, אַ בוכהאַלטער פונעם באַנק, אַז ער איז געפאַלן אַ קָרבן פון זיינע שווינדלערישע “שותפים” רוביטשוק און וויגדאָרטשיק, וועלכע האָבן צוגעגעבן אַ נול צום זייַן פאַרשריבענעם נומער אין טשעק און אזוי אַרום איז ער פאַראָרעמט געוואָרן פון זייַן גאַנצן קאַפּיטאַל. און אויב דאָס איז נאָך נישט גענוג, קומט מענדל דער משָרֶת, און זאָגט אָן דעם שניידער און זייַן פרוי אַז זייער טאָכטער איז אַנטלאָפן פון שטוב. ביילקע, וועלכע איז אַנטלאָפן מיט דער הילף פון די שניידערשע לערן-יינגלעך, אירע אַדמיראַטאָרן, צו אַ באַן סטאנציע אַכסַניֶה, גרייט זיך חַתֶונֶה האָבן מיט מאָטלען, אין וועמען זי איז פאַרליבט און העלפט אים מאַכן אַן אָנשטעל פאַר דעם תמימֶותדיקו קאָפּל וואָס האָט זיך באַלעסטיקט און אייַנגעאַרדנט אַלץ פאַר דער חַתֶונֶה, אַזוי ווי זי וואָלט אויסגעקליבן צווישן זיי וואַרפנדיק דעם גורל. אין מיטן גערודער פון די ברָכֶות נאָך דער שנעלער חופֶה קדושין אין דער אַכסַניֶה, דרינגען אַרייַן שימעלע, זיין ווייַב און דער שַדכן סאָלאָווייטשיק, ביילקע פאַלט אויף מאָטלס הענט און שרייַט אויס: “טאַטע, טאַטע!” שימעלע, וואָס איז צוריק צו זיין שניידערישער פּערזאָן, נעמט אָן וואָס באַשערט איז און בענטשט: “שטאַרקער יידן, שטאַרק, שטאַרק! אונדזער פאָלק- אַ נאָדל און אַ פאָדעם!”
רעזשי: יוסֶף שיין, קאָמפּאָזיטאָר און מוזיקאַלישע באַאַרבעטונג: לעוו קאָגאַן, קינסטלערישע לייטונג און כאָרעאָגראַף: אַווי לאַפּידאָט, דעקאַראַציע דיזייַן: מיקי בען כנאַאַן, קליידונג דיזייַן: אַנאַט מעסנער, באַלייַכטונג דיזייַן: ליאַ סמאָלער. ס’באַטייליקן זיך: יאַנקעלע אַלפּערין, יצחָק כאַוויס, עטל קאָבינסקאַ, זאָהאַר שאַמיר, ישראל טרײַסטמאַן, יאַשאַ גילינסקי, ראַפי טיילאָר, לאָראַ סאַהאַר, אברהם האָראָוויץ, דינאַ אינבאַר, קאַראָל פעלדמאַן, ראפאָעל גאָלדוואַסער.